רבי אהרן יהודה לייב שטיינמאן

רבי אהרן יהודה לייב  שטיינמאןרבי אהרן יהודה לייב שטיינמאן
נא להוסיף תמונה!
תאריך הלידה:
13.11.1913
תאריך המוות:
12.12.2017
אורך חיים:
104
PERSON_DAYS_FROM_BIRTH:
40314
PERSON_YEARS_FROM_BIRTH:
110
PERSON_DAYS_FROM_DEATH:
2299
PERSON_YEARS_FROM_DEATH:
6
שמות נוספים:
Aharon Yehuda Leib Shteinman, Рав Аарон Йеуда Лейб Штейнман
תגיות:
כומר
נתינות:
 יהודי
בית קברות:
להוסיף קברים

דער רב איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תרע"ד אלס אהרן יהודה לייב שטיימאן אין בריסק, רוסלענדישע אימפעריע (היינט בעלארוס) צו זיין פאטער רבי נח צבי שטיימאן, שמש אינעם בריסקער בית דין, און צו זיין מוטער מרת גיטל פייגא. אין תרצ"ז האט ער באקומען אן איינלאדונג פון הרב באטשקא, ראש ישיבה אין מאנטרעשווייץ; אזוי האט ער זיך געראטעוועט פון דעם רוסישן מיליטער. אין דער שווייץ האט ער געענדערט זיין נאמען צו שטיינמאן. במשך זיינע יארן אין דער שווייץ האט ער זיך געהאלטן בקשר מיטן פוסק הרב מרדכי יעקב ברייש, רב פון ״אגודת אחים״ אין ציריך.

כאטשיג ער איז ווייט פון א חסיד, שפיגלט ער אפ א הייליג לעבן ענדערעש ווי אנדערע ליטווישע מנהיגים, און איז מיט זיין הנהגה כאילו א רבי.

  1. ער קעמט זיך נישט אויס די בארד, און דאס איז טאקע פארקניפט.
  2. ער וואוינט זייער ארים און באשיידן, איין צימער וואס זיין בעט דינט אויך אלס דאס בענקל לעבן דעם טיש ווי ער נעמט אויף און לערנט.
  3. ער פאסט אסאך תעניתים. דערצו איז ער אויך א עניו וואס האלט זיך קליין פונקט ווי יעדער, און אימער זעהט מען אים מיט א שמייכל אויף זיין געזיכט. זיינע אנהענגער רופן אים בלשון חיבה ר' ארון לייב.
  1. ער קעמט זיך נישט אויס די בארד, און דאס איז טאקע פארקניפט.
  2. ער וואוינט זייער ארים און באשיידן, איין צימער וואס זיין בעט דינט אויך אלס דאס בענקל לעבן דעם טיש ווי ער נעמט אויף און לערנט.
  3. ער פאסט אסאך תעניתים. דערצו איז ער אויך א עניו וואס האלט זיך קליין פונקט ווי יעדער, און אימער זעהט מען אים מיט א שמייכל אויף זיין געזיכט. זיינע אנהענגער רופן אים בלשון חיבה ר' ארון לייב.
  4. כאטשיג ער פירט היינט צוטאגס די גאנצע פאליטיק פון דער ליטווישער וועלט , איז ער א מוראדיגער שטילער מענטש וואס האט נאך קיינמאל נישט גערעדט קעגן קיינv

זייענדיג א מנהיג פון דער תורה וועלט האט ער זיך צוגעקוקט פון די נאנט דאס שווערע מצב הפרנסה פון דער תורה וועלט אין בני ברק און אין גאנץ ארץ ישראל, אויכעט די חורבן וואס די שוואכערע בחורים מאכן אן אין ישיבות, (און אויכעט נאך טעמים אין די אינטערוויסן), האט ער געשטיצט די עסקנים צו ערלעדיגן אז פרומע אידן זאלן גיין דינען אין דער מיליטער.

דאס האט אים געמאכט שונא נומער 1 פון די קנאים און אנטי ציונים צוליב זיין זאגן אז ער שטיצט די נחל החרדי און חוק טל, ותכנית הליבא, אזש ס'איז שוין ארויסגעקומען א קול קורא קעגן אים פון זיי אז זיינע ספרים זענען דינם בשריפה און ער האט א דין ווי א מסית ומדיח. אבער ער שרעקט זיך נישט פון זיי, די ליטווישע האלטן דאס נישט אויס וויאזוי מ'קען פארשעמען ר' אהרן לייב.

הרב שטיינמאנ׳ס מוטער, גיטל פייגא, איז געווען א טאכטער פון ברב משה אליהו גיבארנאווסקי פון קאמעניץ.‏ א פעטער פון הרב שטיינמאן איז געווען הרב חיים שלמה גאָרפֿינקל, א מורה הוראה אין קאמעניץ.

א שוועסטער פון זיין באבע עלקא, איז געווען די ווייב פון דוב, פאטער פון הרב שמחה זעליג ריגער. א ברודער פון עלקא איז געווען הרב משה אהרן ווייצבלום, א תלמיד פון מהרי"ל דיסקין וואס איז געווען רב אין א שטעטל לעבן בריסק, און אין זיינע לעצטע יארן איז ער ארויף אין ארץ ישראל וואו ער איז געווען א ר"מ איןישיבת תורת חיים.‏

הרב שטיינמאן האט געהייראט מרת תמר (נפטר געווארן כ"ה סיון ה'תשס"ב), א טאכטער פון שמאי קארנפעלד, אייניקל פון משה חיים ראטנבערג, א ברודער פונעם גערער רבי׳ן דעם חידושי הרי"ם". זיי האבן געהאט צוויי זין און צוויי טעכטער:

  • מרת רחל דבורה (נפטר געווארן ד' כסלו ה'תשע"ח). זי איז געווען די ווייב פון רבי זאב בערלין, דער גרינדער און ראש ישיבה פון ישיבת גאון יעקב אין בני ברק.
  • רבי משה, דינט אלס א מגיד שיעור אין דער "עטרת שלמה ישיבה". ער האט געהייראט די טאכטער פון רבי ישראל אשר וואלעס. זיין שוואגער איז געווען רבי ישראל יעקב פישער.
  • רבי שרגא נח, דער ראש ישיבה לצעירים פון "קהילות יעקב אין בני ברק". ער איז דער אלמן פון מרת חנה, די עלטסטע טאכטער פון רבי חיים קאניעווסקי וועלכע איז נפטר געווארן אין יאר 2014.
  • מרת טובה ציפורה, ווייב פון רבי דב שפירא, דער ראש ישיבה פון "יד הלוי - בריסק" אין ירושלים.

תלמידים

 

מקורות: wikipedia.org

אין מקומות

    loading...

        אין יחסים להגדיר

        אין אירועים שנקבעו

        תגיות